עמק שאלה· רבי מרדכי דוב טברסקי
אבן העזר · סימן מב
שאלה. ביום ט"ז לחודש אדר ראשון א' ויקהל דהאי שתא נסע האברך ר' לוי בן הר' מרדכי קאזלאוו לעיר טאהאנטשא לקנות חטים על קמחא דפסחא. והוא קרוב לפה כשנים עשר ווערשט והמתינו עליו לערב ולא בא לביתו. ולמחרתו ספרו חביריו וחמיו אשר קנה חטים ושכר עכו"ם להובילם לכפר האמיר הסמוך לפה לטחון אותם בשם. המתינו עוד עד יום ג' ושמעו שקנה החטים מאת יהודים מסטעפיניץ. ונסעה אשתו מרת העניא בת הר' ירחמיאל לשם לדרוש מהם היכן הוא. וזהו אשר נשמע ממנו:
במותב תלתא כחדא הוינן ב"ד ח"מ ביום ב' פ' צו שמנה ימים לחודש אדר השני שנת תרמ"ט לפ"ק פה מעזיריצקא ואתא לקדמנא הר' יצחק ב"ר ירחמיאל אחי האשה אשת הנאבד ר' לוי ב"ר מרדכי קאזלאוו. וזהו אשר העיד לפנינו בתו"ע בעונש אליונ"ע בזה"ל אז העניא איז גיקומען מיטוואך פ' ויקהל פון סטעפיניץ אין האט דער ציילט אז מע איז גיווארע גיווארן אז בירקאזיווקער עכו"ם האבן גיפירט לוי"ס ווייץ איין עכו"ם הייסט אלעקסא. אין אז איר ברידער (פין מוטערס צד) יאסל מיט ישראל"ן ב"ר יעקב זיינען אוועק גיפארן קיין ראשאווא זיכן דעם עכו"ם אלעקסא. בין איך מיטן טאטין גיפארן קיין סטעפיניץ דאנערשטיג פאר נאכט. אין סטעפעניץ האבן אונז דער ציילט יאסל מיט ישראל"ן אז זיי האבן אהן גיאגט דעם עכו"ם אלעקסא אין דארף מאראנאווקא לעבן וואדא פאי. האט אים ישראל א חאפף גיטאן האסט דו מיר ארויס גיפירט די זעק פין דעם ווייץ' האט ער זיך שטארק דער שראקין אין האט גיענטפערט אמת איך מיט אפינאס"ן האבן אהן גינימען די ווייץ נאהר מיר האבן איבער גיגעבן די חארע אנדרע עכו"ם מחמת מיר האבן ניט גיוואלט אויף דעם מקח' האבן זיי איהם גיפרעגט "וואסירע עכו"ם האט איר איבער גיגעבן". זאגט ער אז ער ווייסט נישט. האבן מיר פארשטאנין אז מען דארף זיכן לוי"ן מיט דער ווייץ אין בירקאזיווקא. אזוי האט אונז דרציילט יאסל מיט ישראל. דער וייל איז גיקומען צי אונז שמואל הירש אין האט אונז דרציילט אז בעת לוי איז גיפארן מיט די פירען זונטאג פ' ויקהל ארויס צו פאהרן פין טאהאנטשא. האט ער זיך פאר מיר גיקלאגט "וואס טוט מען. די עכו"ם ווילען נאהר נעכטיגען אין דער היים". אז מיר האבן דער הערט די אללע מעשיות. האבן מיר אוודאי פאר שטאנין אז מען דארף אים זיכען אין בערקאזיווקא דער ווייל איז אהן גיקומען אונזער פריסטאוו קיין מעזיריצקא. האט מען אינז גישיקט. אונ מיר זענין מיט אים גיפאהרן קיין בערקאזיווקא. האט דארט ר' יצחק בערקאזיווקיר אונז גיזאגט "איר זאלט וויסן אז ער איז דא גיהרגיט גיווארן. ווארים עכו"ם האבן גיזאגט אז זיי האבן גיזעהין די עכו"ם אלעקסא מיט אפינאסן זונטוג פאר נאכט פירן חארע. אונ איוד איז נאך גיגאנגין נאך די פירן, איז יצחק בירקאזיווקיר גיגאנגן צום פריסטאוו אונ האט איהם אוך דאס דער ציילט אונ האט גיזאגט וואשירע עכו"ם עס האבען גיזעהין. האט דער פריסטאוו פרייטוג אין דער פריה גישיקט נאך זיי. האבען זיי אים אויך דאש אייגינע גיזאגט אונ איין עכו"ם האט דערציילט דעם פריסטאוו היינט אין דער פריע איז גיקומען צו מיר אלעקסא מיט אפינאסן די וואש זיי האבן גיפירט די תארע אונ האבן פאר מיר גיוויינט אונ האבן מיר גיזאגט "די וועסט אינז זאפאקאיען מיט די סעמייסטוועס אז די וועסט זאגן דו האסט גיזעהין אינז פירן חארע מיט דעם יודן". האב איך זיי גיזאגט אלמאי זיינט איהר ניט גיקומינן צי מיר פריער איצט האב איך שוין דער ציילט פאר איין מענטשין קען איך שוין ניט חאפן צי ריקי" אזוי האט דער עכו"ם גיזאגט דעם פריסטאוו אונ שפעטיר האט דער עכו"ם דאש איבער דער ציילט איז דער פריסטאוו גיפארן מיט אינז צי אלעקסין. האט דער פריסטאוו אים באלד אפרעג גיטון "ווי איז דער יוד מיט דער ווייץ. וואש די האשט גיפירט". איז ער גיבליבן דער שראקן אונ האט גאהר ניט גיקענט ריידן. אונ איז איבער גיגייגגין די שטוב צי דער לאווע. האט ער גיענפערט ווייטער דאש אייגינע אז ער האט אים איבער גיגעבן צי אנדרע גוים. וואשערע ווייסט שר ניט. האט דער פריסטאוו אים גיזאגט "ווי אזוי קענסט די דאש זאגן אז די האשט איבער גיגעבין דעם יודן מיט דער חארע. אז עם איז פאראן דריישיק גוים וואש זאגן אז די האשט גיפירט די חארע אונ דער יוד איז נאך גיגיינגין". האט ער זיך אהן גיריפן "דא פראטיוו מירה פישקא נע שיפאטי" (פי' א"א להכחיש אנשים רבים) אין האט זיך פאר חאפט אין האט זיך ניט מודה גיווען. האט מען אים צו גינימען אין ראספראווע. נאך דעם זיינען מיר גיפארן צו אפינאסן האט ער זיך אויך ניט גיוואלט מודה זיין. האט מען אים אויך צו גינימען אין ראספראווע. האט דער פריסטאוו גיהאט מיט זיי צי טיען אלץ מיט גיטן אז זיי זאלן זיך מודה זיין. פרייטוג צי נאכטש האלב עליף בין איך אוועק גיגיינגין פין ראספראווע אונ ישראל איז גיבליבן דארט. האלב צוויי איז ישראל גיקומען צי מיר מיט אגיוויין. אז די גוים האבן זיך מודה גיווען. אט אזוי. דער פריסטאוו האט אהן גישריבן פאקעטין אין די דערפיר פין דעם גאנצין וואלאסטי. אז מע זאהל זיך צי נויף גיין מאכן איין אבישקע זיחן דעם גיהרגיטן יודן אין האט אהן גיהויבן איין ריידן די גוים. מע פאר שטייט דאך אז איר האט אים גיהארגיט. אונ אז מע וועט מאכען איין אבישקע וועט מען דאך אים גיפינען. נאך וואש דארפט איהר זאטראדנייען אזוי פיל מענשן, בעשיר זייט זיך מודה וועל איך ניט שיקן די פאקעטן. אונ האט גינימען אלעקסין באזינדער אין האט אים צי גיזאגט ער וועט אים מאחן גרינגער די דיעלא. האט גיענטפירט אלעקסע ער וזיל זיך מיישב זיין האט ער אים גילאזט גיין צי די גוים וואש שטייען פין פארנט. האבן אים די גוים אויך גיזאגט גלייחער זיי זיך מודה. איז ער אריין גיגיינגען צים פריסטאוו אין האט זיך מודה גיווען. זאגט דער פריסטאוו "וועסט די זאגן אפינאסין אין די אויגן" זאגט ער וא' האט מען אריין גיריפן אפינאסין זאגט אלעקסע "איך האב זיך מודה גיווען" האט זיך אפינאס אויך מודה גיווען אזוי איז גיווען. אלעקסע האט פריער דערציילט וויא אזוי זיי האבן אים גיהארגיט. אזוי וויא זיי זיינען דורך גיפארן לעבן אפינאסס שטוב זונטוג אנקעגן מאנטוג פין אווינט. זיינען מיר אפף גיפארין אביסל אפין בערגל אין מיר זיינען אריין גיגיינגען צי אפינאסן אין שטוב אריין. האט אפינאס גיבראכט בראנפן אין מיר האבן אויס גיטרינקען צי גלעזלאך. האט זיך אהן גיריפן אפינאם צי מיר. אלעקסע לאמיר הארגינען דעם יודן זאג איך נא לאמיר הרגינען. זיינען מיר ארויס גיגיינגען אין דער יוד שפאצירט ארום ביי די פירן האט אפינאס זיך גיצילט אין האט אים גיחאפט פין אינטן פארן האלדז. אין האט אים אהן גיהויבן ווערגן אין האט אים אום גיוואלגערט אין ארינטער גיווארפן אינטערן שליטין. אין די פערד האבן מיר גיהייסען גיין איז מען אוף אים ארוף גיפארן מיט דער משא אפן האלדז אין אפינאס האט אגישריי גיטאהן צי מיר האב איך אים דער ליינגט דעם שטילי פין דעם שליטין האט ער אים גכלאגן אינטערן זייט. אין דער יוד האט זיך פריער גיבעטן מיר זאלן אים לאזן ריידן צוויי ווערטיר האבן מיר אים ניט גילאזט אזוי האט דערציילט אלעקסע נאך דעם האט אפינאס אויך דאש אייגינע דער ציילט נאר ער האט גיזאגט אז אלעקסע האט איה גישלאגן מיטן שמילי אין די זייען אין ער איז גילעגן אינטערן פאלאז פין דעם שליען האט ער גידריגיט מיט די פוס האט זיך אלעקסע גישטעלט אויף זיינע פוס אין האבן דער ציילט אז נאך דעם האבן זיי ארויף גילייגט די משא אויף איין שלימין אין מיט דעם אנדירן שליטן האט מען אים פאר פירט. פרעגט דער פריסטאוו "וויא הין האט איהר אים פאר פירט' זאגט אלעקסע ער וויישט ניט. ווארים אפינאס האט אים פאר פירט. האט אפינאס גיזאגט אוף וואשער אפעלד ער האט אים אוועק גיפירט אוף יענים דאלינקע. פרעגט דער פריסטאוו "וויא אזוי האשט דו אים דארטן בחהאלטן" זאגט אפינאס ער האט גימאחט אגריבל אין דעם שניי מיט די פוס אין האט אים אריין גילייגט נאך דעם האט ער אים צי גידעקט מיטן שניי. האט דער פריסטאוו באלד גישיקט אהין גוים זיי זאלען היטן דאש ארט. די אללע רייד האט גיהערט ישראל. ווארים ער האט זיך באהאלטן אין אליקער הערין וויא זיי זיינען זיך מודה. שבת גאנץ פריא זיינען מיר אוועק גיגיינגען צי דעם הרוג פארין פריסטאוו. האבען די עכו"ם אינז ניט געלאזט צו גיין נאהינט אין ער איז גילעגן צו גידעקט מיטן שניי. האבן מיר נימי גיקענט זעהין. אז דער פריסטאוו איז גיקומען (אין אפינאם האט אים אהין גיפירט) זיינען מיר צי גיגיינגען איך מיט ישראל. אין מיר האבען אפ גישארט דעם שניי פין אים. איז ער גיליגן מוטן פנים אראפ אפין האנט. האבן מיר אים באלד דער קענט פין אינעטן אין די מלבושים אונ אין די האר. ווארים ער האט גיהאט קאצירייווע האר. נאך דעם האט מען אפ גישארט דעם שניי פינים פנים. אז איך האב דער זעהין האב איך גימיינט אז ער שלאפט. אויף מיין ווארט ווארים ער איז גיווען פריש. אז מיר זיינען גיגיינגען צי ריק פין דארטן צי דער ראספראווע איז גיגיינגען מיט אינן אפינאס האט ער אינז אהן גיהויבן דער ציילען וויא אזוי ער מיט אלעקסין האבן ביידע אים גיהארגיט. ניט אזוי וויא אלעקסע זאגט אז ניט ער האט אים גיהרגיט. דער ווייל איז אהן גיקומען דער פריסטאוו אין האט אים צי גינימען. די מלבושים פין דעם הרוג האבען מיר דער קענט אללע. נאהר די שטיוול אין די היטל זיינען ניט גיווען אויף איס. איז דער הרוג גיליגען אפין פעלד ביז דער סליעדיוואטיל איז געקומען פ' פקודי דאנורשטוג פארנאחט. האט מען דעם הרוג צי גיפירט צי דער ראספראווע. האב איך אים ווייטיר גיזעהין איז ער ניט נשתנה גיווארן אפין פנים אפי' אויף אהאר ניט נאהר ער איז גיווען פאר בליטיגט אפין רעכטין אויער ווארים פריער איז ער גיליגן אויף דעם אויער דער פאר האבן מיר ניט גיזעהין אבער דער פנים איז גיווען פריש מיט דער פארב אקאראט וויא אלעבידיקער ע"כ לשון הר"י ב"ר ירחמיאל. ועוד העיד לפנינו במותב ההוא אשר הסליעדיוואטיל ציוה להכניסו לבית מחומם ולהחזיקו שם ג' ימים עד שיפשר מקרושתו כדי שיוכלו לנתחו כנמוס הקיר"ה. כי ראה שהי' נקרש מאוד. ע"כ העיד לפנינו במותב ההוא ב' צו הנ"ל וע"ז באנו עה"ח נאום..:
ביום ג' פ' תזריע כ"ג אדר ב' נתקבצנו עוד הפעם אנחנו ב"ד ח"מ וחקרנו ודרשנו את הע' הנ"ל מה ענה העכו"ם אלעקסע על דברי הפריסטאוו אשר שאלו בביתו הלא הגוים אומרים שראוהו מוביל את המשא והיהודי הולך אחריהם. ע"ז השיב העד ר' יצחק הנ"ל בלה"ז ער האט נאר גיענטפירט אזו וויא איך האב גיזאגט פריער אז ער האט גיווען אהן גיהויבן מודה זיך זיין אין האט גיזאגט "פראטיוו מירא פישקא נע שיפאטי" אין האט אויס גיפירט "נעזנאיא" עכ"ל בזה. אח"כ דרשנו מאתי אם הכיר את ההרוג היטב בפרצוף פנים השיב בזה"ל אוודאי האב איך אים דער קענט ווארים ער איז גיווען וויא אלעבידיקער. עכ"ל העד ר"י שהעיד בתו"ע לפנינו במותב תלתא כחדא:
ביום הנ"ל במותב תלתא כחדא הוינן ב"ד ח"מ אתא לקדמנא הר' ירחמיאל שהוא אבי האשה מרת העניא אשת הנאבד. והעיד בתו"ע בעונש אם ליו"ע בזה"ל אז דער פריסטאוו איז גיקומען פין בערקאזיווקע אין האט דער ציילט אז מע האט גיפינען דעם הרוג אין דיא גוים האבן זיך מודה גיווען. בין איך זינטוג פ' פקודי גיפארן קיין בערקאזיווקע אין בין באלד ארוף גיפארן אפין פעלד וויא דער הרוג ליגט אין בין צו גיגיינגען אין האב זיך אנידער גילייגט אין גרוב וויא דער הרוג ליגט אין האב זיך גוט צו גיקוקט אין זיין פנים אין האב אים גוט דער קענט אז דאס איז לוי. אין האב גיזעהין דעם סימן וואס העניא האט גיזאגט אז אוף דער רעחטיר פוס איז גיווען איבער גילייגט דער קליינער פינגערל אוף דעם אנדערן. אין בין גיווען דער ביי אז די סטעפיניציר יודן האבן דער קענט ביי די עכו"ם דריי זעקלאך ווייץ וואש זיי האבן לוין פארקויפט. אונ אין טאהאנטשא האב איך זיך צו גיקוקט צו די סימנים וואש העניא האט גיזאגט אז ער האט גיהאט אוף די זייטן רייטע פליימעס קייליחדיקע פין דיא ביינקיס וואש קיובער דאקטורים האבן אים גישטעלט. האב איך נאהר גיזעהין אוף איין זייט. ווארים ער איז גיליגן אוף אזייט האב איך אים ניט גיוואלט איבער קערין. אין נאך אסימן האט זי גיזאגט ער האט גיהאט אפרישץ אינטערין בארד אפין האלדז וואש עס האט אהן גיהויבן ריישן אין ער האט זיך נאך ניט גיעפנט האב איך דאש גיזעהין אזוי וויא זיא האט גיזאגט עכ"ל. דרשנו וחקרנו מר' ירחמיאל ומבנו ר' יצחק אם ראו שלא הי' בו חבלה. השיב ר' ירחמיאל בזה"ל איך האב גיזעהין אז שע האט גיקאפיט בלוט פין דעם רעחטן אויער. נאהר איך האב ניט תופס גיווען צי שע איז פין אינעוויינעק. צי דער אויער אליין איז גיווען צי שלאגן. נאהר ווייטער האט ער ניט גיהאט קיין שום ראנע אונ אין טאהאנטשא האב איך גיזעהין אז די וייזעס זיינען גיווען ביי אים צי בראחן. נאר קיין ראנע פין אויבן איז ניט גיווען. עמד בנו ר' יצחק ואמר בזה"ל דאש בלוט פין דעם אויער איז גיווען פון דעם קאפ. ווארים דער סליעדיוואטיל האט זיך גוט צו גיקוקט אונ האט גיזאגט אז שע איז דא אלאך אין קאפף וואש די מייז האבן צי געסן. אונ פון דעם גייט דאש בלוט עד כאן לשונם במותב ההוא ביום הנ' למעלה. ועל זה באנו על החתום יום ה' פ' הנ"ל כ"ה יום לאדר השני שנת הנ"ל.
נאום יהודה ליב במור"ש ז"ל מו"צ דפה
ונאום בנימן יהודה בן דוד צבי ז"ל
ונאום חיים בן ציון בן אברהם יצחק ז"ל:
תשובה. ע"ד האשה מרת העניא בת ר' ירחמיאל מק' מעזיריצקא אשת הנהרג ר' לוי בר"מ משם אשר העידו עליו שנהרג ליל ב' פ' ויקהל שנת תרמ"ט כמו שבא בהגב"ע:
הנה יש כאן היתר של העבוה"ג בסי' ע"ב שמצרפין הט"ע גרוע שלאחר ג' ימים לט"ע שבכלי'. ע' שם. שכתב כי חששא רחוקה הוא שנחוש שמא השאיל מלבושיו לאיש אחר ואותו האיש נהרג ונשתנה צורתו של אותו האיש הנהרג עד שנדמה צורתו לשל ר' מייזוש וסיים ואע"פ שאינו מן הנמנע מ"מ כיון שהיא מלתא דלא שכיחא שיבוא לא חיישינן להכי. ולכאורה קשה למ"ש התוס' בבכורות ורא"ש בהא דמשאל"ס הוי מיעוטא דנמלטים מיעוטא דל"ש ואעפ"כ אשתו אסורה ולמה לא ניחוש גם בזה אע"ג דהוי מלתא דל"ש. מיהו לזה י"ל דשאני מייא דליכא בזה דייקא (וע' בתשו' ארוכה שבש"ע הרב ז"ל בסופה) ולכך חיישינן גם במיעוטא דל"ש. אך קשה על העבוה"ג הא לל"ק דבכורות דפדחת הוי היכר מה"ת ורק דאחמרו בת"ע א"כ מבואר במשנה דאין מועיל צירוף ט"ע גרוע עם סי' או ט"ע שבכלים. דפדחת לחוד אינו אלא חששא דרבנן כמו אחר ג"י ואעפ"כ אינו מועיל צירוף. והנה העבוה"ג למד דינו ממהריב"ל שהוכיח כן מהא"ז והרמב"ם שפי' בהא דפ' כה"ג גבי מצאו בחפיסא וכו' אם מכירו כשר דבעינן שניהם שיהי' סי' החפיסא וגם יכיר הגט הרי דמועיל צירוף סי' עם ט"ע ע"כ וכ"כ הרד"ך להוכיח כן. והי' אפשר לומר דהם סוברים כל"ב דבכורות דיכיר לחוד. ופדחת לא הוי היכר מד"ת ולכך בכה"ג דוקא אין מועיל צירוף סי' או ט"ע. אך בתשו' אחת כתבתי דמהרמב"ם פ"ז מנחלות והובא בח"מ סי' רפ"ד מוכח דסובר כל"ק דבכורות שכתב שם דלא החמירו חז"ל בזה רק משום חומר א"כ ע"ש. וכ"כ העבוה"ג עצמו בסי' ע"א דרוב הפוסקים סוברים כל"ק ע"ש. וא"כ לפ"ז יש הוכחה לסתור דינו:
ע"כ נראה ע"פ מה שחקר שם בסי' ע"א אם מועיל ט"ע ע"י התעוררות דסי' גרועים ע"ש. וה"נ י"ל כעין סברא זו כאן. דהנה הא דפדחת דאין מועיל. אפי' אם נאמר דאין זה רק משום חומרא דרבנן. היינו משום דבלא השלשתן יחד ליכא הכרה טובה. וכמו שאמרו ביבמו' בגמ' שם. וא"כ חששו חז"ל שטועה הוא בהכרה. ולכך אין מועיל גם סי' או ט"ע בגוף או בכלים. דאדרבה י"ל כיון דיש לו הט"ע או הסי' בכלים נתחזק בדמיונו הטעות במה שמכיר הפדחת לומר שהוא של ראובן ובאמת אינו של ראובן והוא טועה בזה וכלים הם שאולים לזה הנמצא שבחמת אינו דומה לראובן. אבל בהא דג"י הרי בזה ודאי ליכא טעות בהכרה דהרי כל פ"פ שלם ודאי דצורתו של זה הנמצא דומה ממש לשל ראובן. אלא דחז"ל חששו שמא נתפח ומחמת זה נשתנה צורתו עד שיהי' באמת דומה לשל ראובן. וא"כ אין כאן חשש בטעות בהכרה רק משום שמא על צד הזדמנות נעשה צורתו דומה לשל ראובן. ובזה שפיר מועיל צירוף הט"ע. שלחוש שהשאיל לזה הנמצא בגדיו וגם שיהי' נעשה אח"כ דומה ממש לשל ראובן היא חששא רחוקה וקרוב לדבר נסיי:
והנה המהריב"ל כתב שם דאכתי לא ברירה לי' דינו שיועיל צירוף ט"ע גרוע עם סי' או ט"ע טוב [שבכלים] דהרי רש"י פי' במשנה דאו או קאמר. וכן התוס' והרא"ש פי' שם דמיירי במצאו בעצמו. ומכירו לא קאי על הגט. והביא זה גם בת' עבוה"ג (שמהריב"ל כתב דלא ברירא לי' זה ע"ש) ואפשר דבאמת משום הוכחה זו שלל"ק דבכורות מוכח שאין מועיל ט"ע גרוע עם סי' לכך נטו מפי' זה בפכה"ג. וא"כ אכתי אין ברור לן היתר זה של עבוה"ג. והנה לשיטת הרא"ש שפיר כ' כת"ר דאיכא כאן היתר ומשום זה דנודע לנו שזה הר' לוי הלך עם העגלונים העכו"ם האלו והם הודו בזה שהיהודי שהלך עמם הרגו אותו והראו מקום שהטמינו אותו. ובכה"ג לכ"ע מועיל הודאת הרוצח וכמ"ש כת"ר בשם הע"נ. וא"כ לשיטת הרא"ש הרי לא חיישינן לשמא נתלוה עמם איש אחר ואינו הר"ל הנאבד. ולהרמב"ם דסובר דבעי' דוקא איש שיצא עמי מכאן וכמ"ש הט"ז. הרי לשיטתו מועיל הצירוף של הטב"ע גרוע עם סי' א' או ט"ע בכלים. וכמ"ש המהריב"ל שכן מוכח להא"ז ורמב"ם ע"ש:
אמנם מה שנראה עוד לומר במה דפליגי תוס' ורא"ש עם א"ז ורמב"ם דהנה המהריב"ל הביא להקשות על פי' הא"ז ורמב"ם בפכה"ג דכיון דחשבינן אותו למשקר מה יועיל צירוף הט"ע. וכן הקשה עוד למה נסתפק רבב"ח דלמא החזירו לו הגט משום צירוף שניהם. ועבוה"ג תירץ קושייתו דלא חשדינן למשקר דהא ע"א נאמן באיסורין. רק דחיישינן שמא טועה הוא. ועל הקו' הב' תמה דלמה לי' לרבב"ח להסתפק בזה. הא הוא הוי צ"מ דט"ע שלו בודאי מועיל ועדיף מס"מ ע"ש. והנה במה דכתב העבוה"ג דלא חשדינן אותו למשקר. הנה באמת כן מבואר בפ' ג"ה מהא דכל אדם מותר באשתו בלילה. ועי' בר"ן שם דמזה מוכח דאפי' ע"ה נאמן בט"ע באיסורין. וכן פסק הרמ"א ביו"ד סי' ס"ג ושפיר מאמינים אותו על הט"ע. אך בתוס' בב"מ (ד' י"ט) גבי הא דרבב"ח כתבו בשם ר"ת להוכיח דגם ע"ה יש לו ט"ע אלא דלא מהימן ע"ש. הרי ע"כ דחשבו אותו למשקר אפי' באיסורא. ועוד קשה יותר הא גבי הא דרבב"ח סיימו בגמ' להדיא דדוקא צ"מ הוא מהימן. והא שם הוי איסורא. וכתבתי בתשו' א' דודאי בליכא סי' כ"ד ורק ט"ע לחוד לא חיישינן למשקר באיסור גם גבי ע"ה. אבל היכא דיש סי' שאינו מועיל חיישינן שמא משום שנתפס בלב ע"ה משום הסי' שהיא שלו או של חברו לכך משקר ואומר שמכירו גם בט"ע אף שאינו מכירו כלל ובזה דייקא סיימו בגמ' על הא דרבב"ח דוקא לצ"מ מחזירין והיינו בגוונא דאיכא גם סי' דאז שוב אינו נאמן על הט"ע וכן מבואר ברא"ש פ' א"מ סי' י"ג דאם ע"י סי' כ"ד מכירו בטב"ע מחזירין. וזה דוקא לצ"מ ע"ש. וזה נראה ג"כ כונת התוס' בב"מ שם דאין ע"ה נאמן. היינו בכה"ג הא דרבב"ח שיש לו סי' וט"ע. ובזה ל"ק מהא דפ' ג"ה דבט"ע לחוד גבי איסור גם ע"ה אין משקר לומר שמכירו באין לזה שום דבר הגורם לזה, ולפ"ז ממילא ניחא הא דלא פי' התוס' ורא"ש כפי' הא"ז ורמב"ם דלשיטתם אדרבה כיון שיש כאן סי' של הדלוסקמא ממילא אין שייך לצרף הט"ע כיון דחשדינן אותו למשקר משום הסי' על הט"ע:
אך לא"ז ורמב"ם נראה דאין חילוק גבי איסור בין ע"ה לת"ח כלל ולא חשדינן אותו למשקר כלל ולא לטועה ושאני כאן גבי גט דזה הוי ככלים שלא שבעתן העין. וכמ"ש התוס' בב"מ (ד' כ"ד) ד"ה ומודה. ובזה גם גבי ת"ח לא שייך ט"ע גמור דאפשר דחושב דמכיר ואינו מכיר וכמ"ש הר"ן שם בשם הרשב"א ע"ש. (ומ"מ נראה לפ"ז לדעתם דאף בכלים שלא שבעתן העין מועיל ט"ע גבי ת"ח. ובזה אמרו החילוק בגמ' גבי רבב"ח דדוקא לצ"מ) ולכך כתבו היכא דאיכא צירוף הט"ע אף שאינו טוב דחשבינן אותו לטועה. מ"מ בזה מועיל הצירוף להחשיבו לט"ע גמור ולפ"ז י"ל דלענין הדין לגבי עגונא דאתתא גם לתוס' ורא"ש י"ל דכאן מועיל הצירוף וכמ"ש העבוה"ג בהיתר שלו. דכבר האריך הפנ"י דלענין ע"א לא חיישינן כלל למשקר דהא האמינו אפילו עבד ואפי' שפחה. וא"כ י"ל אפי' לשיטת תוס' ורא"ש דאפי' גבי ע"ה מועיל כאן הסי' גרוע עם הט"ע גמור לצירוף. כיון דכאן לא שייך לחוש למשקר:
אך השתא דאתינן להכי שוב יש לדחות ראיית המהריב"ל והעבוה"ג מפי' הא"ז והרמב"ם די"ל דלא משום צירוף נגעו בזה דהצריכו שניהם אלא משום דגט הוי מכלים שלא שבעתן העין א"כ אין שייך בו ט"ע אם לא על ידי הדלוסקמא דאז שייך גם לגבי הגט ט"ע בהנחתו בו. וכמו שהארכתי בתשובה אחת דאפילו בכלים שלא שבעתן העין מ"מ ע"י סי' כל דהוא שייך בזה ג"כ ט"ע. דמכל מקום קלט העין ע"י הסימן כ"ד גם בזה בתחלת הראייה. וא"כ אין ראיה כלל מפי' הא"ז ורמב"ם לענין צירוף כלל:
אמנם למה שהסברתי דברי תשובת העבוה"ג דשאני הא דאחר ג"י דבזה אין החשש שטועה בהכרה אלא שמא באמת נשתנה צורתו ונעשה דומה ממש לשל הנאבד. וא"כ החשש רק דלמא איתרמי הכי. בזה נראה דא"צ ראיה לדעת הרמב"ם דמועיל צירוף. דהא בגמ' תנן על שני בני אדם שהלכו לכרכום ביתר וכו'. והרמב"ם כתב עשרה בנ"א שהלכו ממקום פלוני למקום פלוני וכו'. ועי' בתשובת מהריב"ל דלהרמב"ם הוי צירוף סימן מנין עם סי' מקום הליכה ויציאה ע"ש. ולדעת רש"י כתבו הפוסקים דסגי סי' מנין עם סי' מקום הליכה לבד עכ"פ הרי אנו רואים דזה מטעם צירוף מועיל. ועל כל אחד לחוד סי' מנין או סי' מקום הליכה ויציאה לא התירו רק מטעם צירוף שיזדמן מנין כזה במקום כזה לא חיישינן. וא"כ כ"ש בכאן דמועיל מטעם צירוף וכמ"ש העבוה"ג דזה קרוב לדבר נסיי דאותו שהשאיל לו הר"ל המלבושים יתרמי שישתנה פניו ויהי' דומה ממש לשל ר' לוי הנאבד. ואפי' למ"ש המ"ב סי' מ"ו דבזה שיש לחוש לשאלה דהיינו סי' כלים או סחורה אין לצרף כלל לסי' מקום ע"ש. מ"מ בנ"ד כיון דאיכא כאן ס"א בגוף. הרי ממ"נ איכא היתר דאם סי' דאוריי' וחיישי' לשאלה ואין סי' כלים רק סי' גרוע שאין לצרף אותו כלל וכמ"ש המ"ב שם. הרי איכא כאן ממילא היתר ע"י ס"א. ואם סי' דרבנן עכ"פ הוי סי' כלים לאו סי' גרוע אפי' לסברת הב"ש החולק על המהר"ל דלס"ד ממילא מן הסברא חוששין לשאלה שלא יהי' סי' כלים ס"מ. אבל עכ"פ ודאי הוי ס"א כמו סי' מנין או מקום וא"כ שוב איכא היתר של העבוה"ג להתיר מטעם צירוף שלא ניחוש שיתרמו ב' הדברים ביחד. היינו שישאיל המלבושים לאחר ויתרמי שאותו האחר ישתנה פניו ויהי' דומה ממש לשל הנאבד. זה ודאי הוא מלתא דלא שכיח כלל:
ובלא"ה נמי הרי איכא כאן בס"א בגוף היינו עקימת האצבע של הרגל שכתב הפנ"י שזה אפשר הוי ס"מ ביותר, ועכ"פ הוי ס"א. וגם מה שהכירו שיש לו רושם בצדו מן הביינקיס כמו שאמרה אשתו וגם הפרישן שבמקום זקנן ובזה התירו כמה פוסקים. וגם איכא היתר של מהר"ל שיש כאן ס"א בגוף וט"ע בכליו. וגם היתר של הח"צ שהי' שאלה דיחיד. וכבר הארכתי בכל אלה בכמה תשובות. ובפרט שהי' בזמן הקור שהי' נקרש הרבה. שכתב המ"ב שבזה מעידי' אפי' אחר כמה ימים:
וגם אפשר לומר כיון שהי' מונח מכוסה בשלג הרבה יש לומר דשלג כיון דהוא תולדה דמים יש לו טבע דמים דמצמת צמתי. אלא שלא מצאתי זה באחרונים:
מכל הני טעמי יש להתיר כאן אשתו ובפלפול של כת"ר לא נתנני הזמן לעיין. סליק: