תשובת הגאונים (מהרל, והרב יעקב בן הרב יצחק הלוי פולק)· רבי יהודה ליווא [המהר"ל], רבי יעקב הלוי פולאק
פסק עגונה · עדות
רבי שמואל בר נתן העיד שהיה באותו כפר שהיה הרוצח תפוס. והיה הולך אצלו תמיד ושאלו על תואר צורת פני הנהרג. ולא ידע להשיבו. אבל אמר שקומתו היה בקומת האיש העד אבל יותר עב ושמן ממנו והיה רוכב לבוש סרבל שחור. ואח"כ כשכפתו ידיו להוציאו להריגה בא כמר יוסף וואזינג' ומיהר לבא ואמר בשם הדיינין שיצא לדרוש ולחקור קודם שימות. אולי יודע שלא תתעגן האלמנה, והלך כמר שמואל הנ"ל עם כמר ליב עיזאלש ואמר לילך אל התליין שישאלו אותו על הכובעי' שנמצאו. אם היו בראשו בשעת הריגה וכן אם היו לבוש הזופצא צבע גר"א והסרבל בשעת הריגה והשיב התליין הלא הוא בעצמו שומע מה צריך אני לשואלו. ואמר אל הרוצח הגד. והשיב הרוצח שהיה לבוש כל המלבושים בשעת הריגה כל מלבוש ומלבוש בפרט ע"כ.
שוב העיד רב צדוק שביום א' י"ג תמוז הלך אצל הרוצח מקום אשר היה אסור שם והתחיל לבכות וא"ל אתה בן בליעל למה הרגתה את אחי. והשיב אמת הוא ואמר לגוים אחרים כי היה דומה לזה היהודי. וא"ל רבי צדוק שקר אתה דובר כי היה לו זקן צהוב והיה יותר עב, והשיב אמת שהיה עב קצת יותר והיה זקן צהוב. וא"ל שבא אליו להוליכו ובא אליו ושכרו בעד ג' גדולים עד גא"לין. ובאו אל אמת המים וסבב הוא אמת המים ואמר שירכיב דרך פשוט ואמר טעה ורץ הוא דרך העיר ועמד בדרך לפניו ולא רצה להניחו לרכוב משם והלאה ואמר לו שיש לו לפי ערך מהלכו בשכרו ולא רצה אא"כ ינחנו למקום ששכרו ושלף חרבו היהודי והשליך הוא הקופי' אחריו והכהו בצוארו. ואח"כ מצא העד הנ"ז את גלגלתו ועצמות בלי בשר ונראה לו כט"ע שהוא גולגלתו של הר"ר יחזקאל הי"ד. והעיד שראה את הקלפ"ק וכובע סמוט. את הכובע הביא הפרץ ביום ו' שלפניו לגניזן והכירו שהם שלו. והחגורה והווטשיק מצא והנם טמונים בקרקע במקום שהיו הבגדים והכיר החגורה תיכף.
שוב העיד כמר אברהם בר שלמה שבא אל הכפר. ובא לכפרי אחד והגיד לו שהיהודי בא אליו ורצה לשכרו עד קאשטרין ולא רצה הכפרי מפני שלא היו לו פנאי. ונתן לגוי אחד טפל והראהו בית הרוצח. וראה. שהיהודי רכב על סוס והרוצח היה הולך אצלו. הרוצח הודה שהרגו וגררו אל העיר והשליכו ברקק וכסהו בעצים, ובגניזן הגידו בבית שנתארח שם שביום ו' בהשכמה הלך משם ע"כ.
שוב העיד רבי יעקב בר שניאור ששמע מן הרוצח הדברים הנ"ל וראה הכתונת ובו היו בורטין. והזופצא והפוטר של הזופצא, וכן אמרה אשתו שהיה בורטין בכתונת והזופיצא והפוטר הכיר.
שוב העיד רבי יהודה ליב בר עיזאלש ואמר ששמע גם כן הדברים מרוצח. ושהיה לבוש המלבושים הנ"ל ולקח הכובעים מעל ראשו. והכובעים הם ביד כמר ליב. גם אמר שראה הגלגלות והכיר בט"ע המצח והכיר שהוא מצחו של רבי יחזקאל הי"ד.
במותב תלתא כי דינא בחדא הוונא יתבונן. ואתא לקדמנא רבי יהודא ליב בכמר עיזאל והעיד בת"ע על פי החרם וז"ל בל"א:
איין גוי הייש מאטשי איז איין צימרמאן איז צומיר קומן אפשר ח' ימים קודם דאש דיא שמוע איז מפורסם גיווארן. האט צו מיר גיזאגט מן העט איין יהודי הורג גוועזין לו לעשנב' אוב עש ווער וואר אזו האט ער מיך גיפראגט. דער נאך איז דער פריץ פון לעשנב' קומן לגניזן האט גיפראגט גיט אייך איין יהודי אב אונ' איז דער נאך איין הער לק"ק פוזנא קומן אונ' האנו היא אך גיפראגט גיט אייך איין יהודי אב. בתוך כך בין איך הער קומן האב נאר גיבראכט. איז צו ימיר קומן רבי יונתן איידם האט צו מיר גזאגט האשטו ניט גיהערט רבי שמואל אונ רבי מרדכי האבן מיך גיפרעגט. אוב איך דען פריץ קען דא עש אונטר גישעהן איז. איך האב גיזאגט יוא איך קען אין דא האבן זיא מיר דען צדוק מיט געבן זוא בין איך קומן לעת ערב צו דען פארץ. דא האט מיך דער פאריץ גיבעטין וואש דיך אים כפר ניט אונ מאך קיין צעקה דא האט דער פאריץ גיזאגט קענט איר דיא הויב דיא דער יהודי אויף גיהט מיין שקץ האט זיא גיפונדן אים וואלד אין בוים גישטעקט זיין זיא גוועזין האט צדוק גיזאגט יוא איך ווער זיא קענין. צדוק האט ניט וועלין אב לאזין פון דעם פאריץ האט זיא אים מוזן ווייזן האט ער זיא גיקענט האט צדוק גיזאגט צום פאריץ איך וויל דיר י' זהובים הגריי' שענקין היב דען רוצח אויף האט אונש דער פאריץ היישין גין אין דיא הערבריג צום כפרי האט דער כפרי גיזאגט עש ווער איין יהודי קומן בהשכמה ביום ו' האט ער זיך וועלין עגלה דינגן קיין קאסטרין האט דער כפרי גיזאגט וויא מן העט איין יהודי גיהרגת איין גערטנר האט אים זיין סוס פאר דינגט אום ד' גדולים איין סוס לבן. אונ דער גוי איז גילאפן צו פוס בייא אים אונד דער כפרי איז באלד ווידר קומן צו רייטין. דען אנדרין טאג איז ער גילאפן קען וורעשנה האט זיך גיקויפט איין פרה אונ' איין קובלי האבן דיא כפריים מתמיה גיוועזין וויא ער געלט האט גינומן. ער מח דען יהודי הורג האבן גיוועזין האט צדוק דען בעל גוף גיבעטין ווייש מיר וויא דער רוצח וואונט האט ער גזאגט דאש זעקשטו הויז פון מיר דער פאריץ האט וועלין האבן מיר זאלין אוועק גיין צדוק האט ניט גיוואלט. מיר זיין קומן צו דעם רוצח איז דעם רוצח דאש הערץ אנטפאלין אונ' איז איין וועק גילאפין אין וואלד. דא האט דעד פאריץ שומרים גיהלטן איז דער רוצח קומן צו זיינו ממזרים האט מן אים דער ווישט. דא האט ער אלז פאר מודה גיוועזין בלא עינוי אין איך בין קומן אזו האבן מיר גוים גיזאגט דא איך צום רוצח קומן האט ער גיזאגט דער יהודי האט מיר אויז געבן עש ווער אים זיין חלק איין שעה רעה אן קומן עס ווער איין יהודי קומן בהשכמה יום ו' קודם עלות השחר און העט אין גידינגען קען קאשטרין דא העט ער אין ניט דען דרך היושר גיפירט העט אין אויף איין שטעג גיפירט דא איז ער קומן אין איין מיטל וועג האט דער יהודי אן גיהובן וויא פירשטו מיך הין. האט ער גיזאגט איך האב דען דרך גיפעלט האלט שטיל איך וויל דען דרך הישר זוכך דא ווער דער יהודי דער שראקין אונ ווער איין וועק גיריטן האט ניט וועלין הרין דא האט אים דער גוי נאך גישריאן האט דער יהודי גישפראכן וויא פירשטו מיך הין העט דער גוי אך גשריאן אונד העט אין גישאלטן האט דען יהודי וועלין פון סוס הראב ווערפין. דא האט דער יהודי גגריפן צום שווערט דא האט דער גוי גינומן איין האק אונד האט אים זיין מפרקת אב גיהקט ווער דער יהודי הראב גילאפן אונ האט גישריאן דא האט זיך דער יהודי דר מאנט אונד האט צו אים גיזאגט מיך ניט הורג שון מייני קלייני קינדר דראן נעם וואש איך האב. דא העט ער גידאכנו ער ווערט דאך אום דאש חיות קומן ווער איך אין ניט הורג זיין אונד האט אים איין האק געבן אם קאפף מן הצד. דער נאך האט ער אים גינומן דיא פיש אונד האט אים גישלעפט אזו ווייט אז ב' פעמים לבית החיים פון הינטן אונד האט דאש שווערט אב גיגורט אונד האטש גיווארפין אין איין מים אונד האט אין ווייטר גישטעפט אונד האט אים דיא בגדים אויס גיצוגן אונד האט זיא ביגראבן אין איין גרוב זיין טלית ותפילין וטעבליין מאטשגיר בריב זיין דינן גיוועזין. אונד ווייטר האט ער אין גישלעפט פון דען בגדים אונ האט אין גיליגט אין איין וואשיר אונד האט אין מיט האלץ צו גידעקט. דער רוצח איז גיגאנגין האט דאש אלז גוויזן אונד מן האט דאש אלז גיפונדן. דער פאטר אונד ווייב אונ צדוק האבן דאש אלז דערקענט האבן גיזאגט דאש איז דש פוטר פון דער שויפא. אונד דער ראק זיין תפילן אונד זיין געלט בייטל אונד זיין וואטשקי אונד זיין בריב אונ זיין טעבליין האבן דאש אלז דער קענט. דער נאך האבן מיר אין גיזוכט האבן נישט קענן גיפונדן האבן מיר גיפונדן איין קאפא אונ איין הירן שאל אונד דאש מויל. וויא דער רוצח האט גיזאגט וויא ער אים איין האק האט געבן. זוא האט מן עש גיפונדן אן דער הירן שאל. דא האט מן איין פוס אך גיפונדן אונד עצמות. דאש האט מן אלז לק"ק גניזן גיפירט לקבורה אונד דיא שויב אונ' אן די קליידר אונ' דען קאפף אונד הירן שאל אונד מויל אונ עצמות בגראבן. אונד אזו אופט אז מן דען רוצח האט גיפרעגט ווארום זיצשטו אזו האט ער אלז גיזאגט אות באות כהנ"ל. הן ליהודים הן לגוים להבדל. וויא דיא שמוע גנגין איז. אונ דאש זעלביג רגע דא מן דען רוצח גיפירט האט למיתה דא האט צדוק גיפירט מיך אונד אברש אין משה מייקלש ווידר צום רוצח האט ער דיא שמועה גיזאגט אוח באות כהנ"ל. רבי יחזקאל הי"ד האב איך גיהערט דו ער פון גיניזן אנוועק גילופן איז איז אם דאנרשטינ צו נאכט אזו האב איך גיהערט אונד איין אנדר פויאר גיגן דען רוצח איבר וואונט האט מיר גיזאגט וויא ער ווער ביום ו' כעלות השחר צו אים קומן אונד האט אין וועלין דינגן קאן קאשטרין דא האט ער דען יהודי גיפרעגט וויא קומשטו אזו פריא הער. דא האט דער יהודי גיזאגט איך בין היינט אויף דעם פעלד גילעגן, דער פויאר האט גיזאגט דער יהודי האט גיזאגט ער וועל דרום גין קען קאשטרין. דען עש האט וועגין סחורה דיא גינגן פון פוזנא קאן קאשטרין דא וועלט ער צו אים קומן אונד דער פויאר האט גיזאגט ער העט דעם יהודי גיזאגט איך האב ניט דער ווייל דאש איך דיך פיר איך מוז דען פאריץ מלאכה טון. דער רוצח האט דער ווייל דער זעלביג פויאר האט דען רוצח אויש געבן. ווארום דר פיר האט ער קיין געלט גיט גיהאט איצונדרט קויפט ער איין פרה וסוס. עכ"ל:
עדות זה נגבה כדת ודין היום יום ב' כ"א תמוז גש"ם לפ"ק יוסף בר נתן זצ"ל יהונתן בן מהר"ר מרדכי זלה"ה. יוסף בר משה זלה"ה. העתק אות כאות הגוף העדות: